ייִדיש

דער מלוכישער קונסט-ראָט פֿאָרשט און אַנטװיקלט טרעפֿענישן צװישן הײַנטצײַטיקער קונסט און עפֿנטלעכע ערטער. דורך קונסט װאָס איז געשאַפֿן מיט אַ פֿאַרױסבאַשטימטן אָרט אין זינען, צײַטװײַליקע פּראָיעקטן, פּראָיעקטן פֿונעם פֿונאַנדערבױ פֿון דער שטאָט װי אױך דורך דיסקוסיעס און פּובליקאַציעס, אַרבעטן מיר מיטן צוטראָגן הן צו דער הײַנטצײַטיקער קונסט הן צו דער אַנטװיקלונג פֿון עפֿענטלעכע ערטער.

עפֿנטלעכע קונסט נעמט אַרײַן אַלע מינים הײַנטצײַטיקע קונסטװערק װאָס מע שטעלט אױס אין עפֿנטלעכע ערטער אָדער װאָס זײַנען שײך צו פֿראַגעס װעגן דער עפֿנטלעכקײט. הײַנטצײַטיקע קונסט זײַנען אי אָביעקטן אי איבערלעבונגען װי אױך אינטעראַקציע צװישן מענטשן און אַ קריטישער שאַפֿערישער צוגאַנג. אױף אַן ענלעכן אופֿן זײַנען עפֿנטלעכע ערטער גלײַך, ניט בלױז צו דער גאַס מיטן מאַרק, נאָר אױך צו גאָר צװישנמענטשלעכע ערטער, די װאָס קומען אױף װען מענטשן אינטעראַגירן און רעדן װעגן זײערע מײנונגען. דאָס דאָזיקע געװעב פֿון קאָמפּליצירטע און דינאַמישע סיטואַציעס איז דעם מלוכישן קונסט-ראָטס קלאָרע געביט.

דער קונסט-ראָט האָט אַ טראַדיציע פֿון נאָענטער מיטאַרבעט מיט קינסטלער כּדי צו פּראָדוצירן נײַע קונסטװערק. אין אונדזער טעטיקײט זײַנען קינסטלער און קוראַטאָרן פֿרײַ צו אױספֿאָרשן װי אַזױ קונסט און עפֿנטלעכקײט פֿאַרבינדן זיך אײנע מיט דער אַנדערער. די אַרבעט גיט אױס װיסן און מעטאָדן װאָס מע קען זײ צולײגן צו פֿאַרשײדנע געזעלשאַפֿטלעכע סיטואַציעס, למשל צום פֿונאַנדערבױ פֿון דער שטאָט װוּ דער קינסטלער, גיכער פֿון שאַפֿן אײגענע װערק, גיט צו אַ ספּעציעלער פֿעיִקײט װעגן צװישנמענטשלעכקײט און פֿאָרמירונג.

 די אױפֿגאַבע פֿונעם קונסט-ראָט שטאַמט פֿון אַ דעמאָקראַטישער כּװנה, דעם גלױבן אַז קונסט איז אַ גאָר װיכטיקער טײל פֿונעם מלוכישן פֿונאַנדערבױ און אַז זי זאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען. צו אױסשטעלן הײַנטצײטיקע קונסט אין עפֿנטלעכע ערטער איז אַ פֿאַנטאַסטישע מעגלעכקײט און אױך אַ טשיקאַװע שװעריקײט – אַ באַלאַנס-אַקט צװישן װאָס איז נײַ און װאָס איז צוטריטלעך. דורך אונדזער אַרבעט מיט מלוכישע סעקטאָרן שטעלן מיר אױס קונסט אין אַזױ פֿאַרשײדנאַרטיקע אַרומען װי אין תּפֿיסות און יוגנט-אַנשטאַלטן, אין װעלכע עס טרעפֿט זיך אַז אָט די קונסט איז דאָס אײנציקע שטיקל קולטור װאָס איז צוטריטלעך, און אין אַ סך שװעדישע אוניװערסיטעטן און הױכשולן, אין װעלכע די פֿראַגעס װאָס די הײַנטצײטיקע קונסט שטעלט טרעפֿן זיך מיטן פֿאָרשער װאָס פֿאָרשט אונדזער װעלט.

דער מלוכישער קונסט-ראָט איז געגרינדעט געװאָרן 1937 און איז אַ מלוכישע אינסטאַנץ אונטער דעם קולטור-מיניסטעריום. די פּראָיעקטן, װאָס דער קונסט-ראָט האָט זײ פּראָדוצירט אין משך פֿון 80 יאָר, זײַנען װי װיכטיקע קינסטלערישע שפּורן אינעם פֿונאַנדערבױ פֿון דער שװעדישער געזעלשאַפֿט. דער קונסט-ראָט איז געגרינדעט געװאָרן אין אַ צײַט פֿון שטאַרקן איבערבײַט װען מע האָט אָנגעהױבן צו שאַפֿן די שװעדישע פֿאַרזאָרג-מלוכה. הײַנט איז אַן אַנדער צײַט פֿון אינטענסיװן איבערבײַט, נײטיקט מען זיך אין נײַע אופֿנים צו פֿאָרמולירן די עפֿנטלעכקײט.

כּדי צו זײַן אין טראָט מיט די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרענדערונגען װי אױך מיט דער ריזיקער אַנטװיקלונג בײַ דער הײַנטצײַטיקער קונסט, דאַרף מען מיט דער צײַט אַװדאי בײַטן די אױפֿגאַבע. זינט 2012 אַרבעטן מיר אַלץ װײניקער מיט פּערמאַנענטע קונסטװערק און אױך װײניקער מיט דער גרױסער זאַמלונג װאָס איז אױסגעשטעלט אין מלוכישע ערטער, כּדי מער צו אַרבעטן מיט אַנטװיקלען פֿרײַע פֿאָרמאַטן ,דעם פֿונאַנדערבױ פֿון דער שטאָט און, ניט צום װײניקסטן, מיט פֿירן דיסקוסיעס און פֿונאַנדעראַרבעט כּדי צו געפֿינען נײַע פּראָצידורן פֿאַר דער עפֿענטלעכער קונסט.

פּערמאַנענטע קונסט

דער מלוכישער קונסט-ראָט אַרבעט אױס פּערמאַנענטע קונסטװערק פֿאַר נײַע בנינים און אַרומען פֿאַרן מלוכישן סעקטאָר. מיר פֿאַרנעמען זיך מיט אַלצדינג פֿון סקולפּטור און פֿילם ביז קלאַנג-קונסט און גאַנצע פֿאַסאַדן. דער קונסט-ראָט אַנגאַזשירט שױן עטאַבלירטע שװעדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלער, אָבער אױך יונגע קינסטלער װעלכע האָבן פֿריִער ניט געאַרבעט מיט קונסט אין עפֿנטלעכע ערטער.

צײַטװײַליקע קונסט

זינט עטלעכע יאָרצענדלינגער האָבן זיך קינסטלער געצױגן אַרױס פֿון די אױסשטעלונג-ערטער כּדי צו רעאַליזירן קונסט-פּראָיעקטן. מער פֿון אַנדערע קונסט-פֿאָרמען האָט די הײַנצײַטיקע קונסט עקספּאַנדירט אַרײַנצונעמען נײַע שטחים, פֿון פֿילם און דעסן ביז פּאָליטיק און זשורנאַליסטיק, בלױז צו דערמאָנען אַ פּאָר. עס זײַנען הײַנט פֿאַראַן אַ סך קינסטלער װאָס זײערע טעטיקײט דערגרײכט פֿאַרשײדענע מינים עפֿנטלעכע ערטער און װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿראַגעס לגבי דער עפֿנטלעכקײט אױף אַ נאַטירלעכן אופֿן. אין די צײַטװײַליקע פּראָיעקטן קען דער קונסט-ראָט צוזאַמען מיט די קינסטלער פּראָבירן נײַע פּראָצעדורן.

פֿונאַנדערבױ פֿון דער שטאָט

צװישן 2010 און 2013 האָט דער מלוכישער קונסט-ראָט געאַרבעט צוזאַמען מיט דער מלוכישער קאָלעגיע פֿאַר עזבֿון, דער מלוכישער קאָלעגיע פֿאַר װױנונגען, בױונג און פּלאַנירונג און דער צענטער פֿאַר אַרכיטעקטור און דעסן מיט אַן אױפֿגאַבע פֿון דער רעגירונג: מיטאַרבעט מיט פֿאָרמירן עפֿנטלעכע ערטער. די אױפֿגאַבע האָט געהאַט צו טאָן מיט װי אַזױ די פֿאָרמירונג פֿון עפֿנטלעכע ערטער קען פֿאַרשטאַרקט װערן דורך מיטאַרבעט צװישן בעל-מלאָכות און בירגער אין דער פּלאַנירונג און בױ. די אױפֿגאַבע האָט אָנגעװיזן אַז פֿאַרשײדענע מינים קינסטלערישע פֿעיִקײטן קענען פֿירלײגן אײנציקע אין זײער אָרט צוגאַנגען און פֿאַרענטפֿערונגען אין די פּראָצעסן פֿון פֿונאַנדערבױען דער שטאָט. 2014 הײבן מיר אָן אַ נײַע פֿאַזע װוּ דער פֿונאַנדערבױ פֿון דער שטאָט װעט אינטעגרירט װערן אין אונדזער עיקרדיקער אַרבעט און מיר װעלן אַנטװיקלען אונדזערע קומענדיקע אַרבעט-מעטאָדן.

קונסט-קאָלעקציעס

דער מלוכישער קונסט-ראָט שטעלט צונױף קונסט-קאָלעקציעס פֿאַר מלוכישן סעקטאָר אין שװעדן און פֿאַר די מלוכישע אינסטאַנצן אין אױסלאַנד. זײ זײַנען קינסטלעריש זײער פֿיל-מיניק און אַנטהאַלטן אי הײַנצײַטיקע קונסט אי עלטערע עקספּאָנאַטן, דער עיקר פֿון שװעדישע קינסטלער. אױף ערטער אַזױ װי די נאַציאָנאַלע פֿאַרזיכערונג-קאַסעס, פּאָליצײ-סטאַנציעס, אַרבעט-אַגענטורן, די פֿאַראײניקטע פֿעלקערס הױפּטקװאַרטיר אין ניו-יאָרק און אױף די שװעדישע אַמבאַסאַדעס איבער דער גאָרער װעלט קענען אַ סך מענטשן טאָג-טעגלעך טרעפֿן זיך מיט װערק פֿון פֿאַרשײדענע קינסטלער און פֿאַרשײדענע קינסטלערישע אױסדרוקן.

אָפּהיטן קונסט

זינט 2004 איז דער מלוכישער קונסט-ראָט פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן אינספּעקטירן װי אַזױ די מלוכישע אינסטאַנצן היטן אָפּ מלוכישער קונסט און װי אַזױ די בעל-הבתּים היטן אָפּ דער פּערמאַנענטער קונסט אין פֿאַרבינדונג מיט די בנינים.

די מלוכה פֿאַרמאָגט אַן ערך 100000 עפֿנטלעכע קונסטװערק אױסגעשטעלטע אױף איבער 200 מלוכישע אינסטאַנצן און אַרום 100 שװעדישע אינסטאַנצן אין אױסלאַנד – אַ זאַמלונג מיט הױכע קינסטלערישע, קולטורהיסטאָרישע און עקאָנאָמישע װערטן. דער קונסט-ראָט קאָנטראָלירט און העלפֿט די מלוכישע אינסטאַנצן אין זײער אַרבעט מיט שיצן און היטן זײער פֿאַרמאָגן פֿון מלוכישער קונסט אױף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן און געדױערדיקן אופֿן. מיר געבן אױך אָנװײַזונגען און עצות אַרום 100 בעל-הבתּים װעגן אָפּהיטן און פֿאַרװאַלטונג פֿון דער בנין-פֿאַרבונדענער קונסט װאָס זײ האָבן באַשטעלט פֿונעם מלוכישן קונסט-ראָט.